שואל ומשיב מהדורא תליתאה · כלל ג׳ סימן מ״ו

שאלה ותשובה, בנוסח המקורי.

במותב תלתא בי דינא כחדא הוינא ואתא לקדמנא מ' יצחק בן מ' שלום הירש מזלקווא והגיד לפנינו בתו"ע אחר האיום כד"ת. בזה"ל איך בין אין דער שלאכט בייא פאדאל אין בעהמען פער וואנדעט געווארדען אונד בין גיבראכט גיווארין ל"ק פראג לשפיטאהל קארלס קאסערין ביום 27 יוני 1866 אונד וויא איך בין דארט גיוועזין האט מיר דער אונטער ארצט געמעלדעט דאס נאך איין פער וואנדטער יוד דא אין דיזען שפיטאהל איך בין צו איהם גיגאנגין אין האבע מיך מיט איהם דערקענט ער האט מיר גיזאגט אז ער הייסט משה קעסלר פין לעמבערג קופפער שמיד. אין ער האט איין חלק הויז געגין איבער דער שיל נעבען טעמפיל ער וואר פאן מארטיני רעגימענט פאן וועלכער קאמפאניא ווייסט ער נישט ער האט אביסל שטימפיג גישמוסט ער האט מיט איהם מעהרערע מאהל גישמוסט ער האט איהם ערצעהלט אז אים יאהרע 63 אדער 64 איז ער גילעגין אין קראקא אין שפיטאהל אין האט זיך איין אויער פלוס גיוואלט צו ציהן דאס אללעס האט ער מיר דערציילט ענדליך אין אייניגע טעג נאך זיין ליגין אין שפיטאהל איז משה קעסלר דארט אין שפיטאהל געשטארבין אין איך האב איהם גיזעהן ליגין מת על מטתו בשפיטאהל אין ער איז דורך שמש הקהל מפראג בשמו מארקאס ראדניץ בעערדיגט ווארדען אין לקבר ישראל גיבראכט. זאת אשר העיד בפנינו בתו"ע כד"ת. לבוב יום א' כ"ח תשרי תרכ"ז. שרגא פייביל דומ"צ דפה לבוב. חיים יוסף עלינבערג בהגאון מהר"ב זללה"ה. (והדיין השלישי לא יכולתי להעתיק כי איני מכיר חתימתו) עד כאן תורף השאלה:
נחלת הכלל · Lemberg, 1865-1890

על התשובה הזאת

זהו מקור הלכתי מתוך שואל ומשיב מהדורא תליתאה, מוצג בנוסחו המקורי ובלי עריכה. תשובה הלכתית נכתבה לשואל מסוים, בזמן מסוים ובנסיבות מסוימות, ואין ללמוד ממנה למקרה אחר בלי הכרעה של פוסק. הצגתה כאן היא לצורך לימוד המקור בלבד.