במותב תלתא בי דינא הוינא כחד ואתא לקדמנא רבי שמחה בר מנחם והעיד בפנינו בתורת עדו' וז"ל איך שמחה בר מנחם זאג דאז בתורת עדות וויא משה ליפשיץ האט איין יונגין בייא זיך גיהט צו דנצק ער הוט גיהיישן הירש דא הוט משה ליפשיץ גיבעטין געץ איין בעל הבית פון בריסק דז זיין יונג הירש זול אויך אויף דער שקוטא פארן דא האט מן דען יונגין אויף גינומן צו שטעלין לק"ק בריסק דקויא דא האט מן דען יונגין גילאשין איין מייל פון בריסק דקויא דיא שקוטא איז פער זיך גנגין דא איז דער יונג דען אנדרין טאג קומן נאך צו פארין אויף איינם קליינן שיפל אונ' הוט גיבעטין מן זול אין ווייטר מיט נעמן דא איז דער יונג גאר ווילד גיוועוין אונ' הוט זיך אומדר גיקריגט מים דען גוים דא האבן דיא גוים זיר גיצערנט אויף אין איין מאל איז קומן דו זיך דער יונגהאט מיט איין שקץ גישלאגין אויף דער יבשה בייא דעם שיף אונ' האט דאז שקץ וואל גישלאגין דא האבן דיא גוים גרוש רשעות דרויף גירעט אונ' האבן גישפראכין וויא זולן מיר קענן צו זעהן אונזר בלוט שלאגין דא האבן דיא גוים גישפראכין צו מש' בר יצח' ווערשטו דען יונגין ניט שטראפין דא וועלין מיר דען יונגן אויז דעם שיף ווארפין דא האט משה הנ"ל גישפראכין איך וויל אין יא שטראפין דא איז דער משה הנ"ל צו דעם שיף ארויש גישפרונגין אונ' האט דען יונגין גיוואלט פנגין אונ' האט ניט גיקענט דא האט דער משה הנ"ל גישפראבין צו דעם קאך דער גוי יאג דעם יונג נאך אונ' פנג אים איך וויל אין שטר אפין דא האט אים דער גוי נאך גיאגט אונ' הוט אין מועלין פנגין דא איז דער יונג גילאפין אונ' איז גיפלין אין איין גרוב מיט וושיר אן בארטן פון באך אונ' איז דער טרונקין דא האט זיך דער עשה הנ"ל זער מצער גיוועזין אונ' האט משתדל גיוועזין דז מן דען יונגין צו ווענין גיבראכט האט אונ' הוט אים זעלברט זיין רעכט גיטאן טהרה אונ' קבורה הלבן אז ביליך אונ' רעכט איז אונ' איך שמחה הנ"ל בין דער בייא גוועזין אונ' בין אויך אויף דעם שיף גיפארין דאש אלז האב איך גיזעהן מתחלה ועד סוף נעשה היום יו' ה' ו' ימים לחודש ניסן שכ"ט לפ"ק: משה אברהם בן מהר"ר יודא הלוי ז"ל ה"ה דיין: אפרים בן הר"ר אברהם שליט"א: נחמן בר משה ז"ל:
תשובות מהרש״ל · חלק צ״ו סימן א׳
שאלה ותשובה, בנוסח המקורי.
נחלת הכלל · Teshuvot Maharshal, Lublin, 1574
על התשובה הזאת
זהו מקור הלכתי מתוך תשובות מהרש״ל, מוצג בנוסחו המקורי ובלי עריכה. תשובה הלכתית נכתבה לשואל מסוים, בזמן מסוים ובנסיבות מסוימות, ואין ללמוד ממנה למקרה אחר בלי הכרעה של פוסק. הצגתה כאן היא לצורך לימוד המקור בלבד.
