תשובות מהרש״ל · חלק ל״ג סימן ד׳

שאלה ותשובה, בנוסח המקורי.

וז"ל נוסח טענות ר' אליצור איך בין בייא מיינם ווייב גיוועזן אונ' האב גיזעהן דז זיא האט פיל עסקי' גיהט מינו דע' זימרי אונ' איך האב מיין שוויג' גיבעטן זיא זול אים אין דאז הויז ניט לאשן גין זיא האט זיך ניש' דראן גיקער' אונ' דר נאך האב איך מיך אויז היצוהן אין איין אנדר הויז אונ' בין איין מאל גיגנגין אין דיא גערבר גם דא האב איך גיזעהן מיין ווייב' אונ' שלומי' גין מיט זמרי אונ' שלומי' האט קיכליך גיטאראגן דא האב איך גיצורנט אונ' האב גישפראכן גיא איין היים דא האב איך מיר איין גיזעצט אין מיין דיעה איך וויל נור דען זעלביגן זמן בייא איר בלייבן אונ' בין אלזו פון איר גנגין אונ' האב זיא ניט אן גירורט וזה היה כנגד ה' או ו' שנים און גיפער' פער ב' שנים האב איך וועלין צו איר קומן דא האט מן מיר גיזאט וויא זיא איבל גיהאנדלט האט דו האב איך מיר איין גיזעצ' דו זיא טמא איז אונ' דז איך אל מיין טאג ניט צו איר וויל זא האבן מיר אין גיפראג' האשטו עטווי' מין פון איר גיזעהן דא האט ער גישפראכין ער האט פון איר נישט גיזעהן וועד' איין מאל איז זיא גילעגן אין בית החור' אוי' דער בנק אונ' זמרי איז אים חדר גיוועזן זינשט האב איך נישט גיזעהן אבר איך גלייב וואול דז זיא איז טמא גיווארן דען מן האט מיר אזו ויל גיזאגט דא האבן מיר אין גיפראגט פון וועם ערש גיהערט האט דא האט ער גישפר אכן ער וויש עז ניט מן וואורד עז וואול אין זיין עידות זעהן אויך האט ער אירנט אנדרש מיז עדים ער ווישט איצונדרט ניט זועם עכ"ל טענותיו.
נחלת הכלל · Teshuvot Maharshal, Lublin, 1574

על התשובה הזאת

זהו מקור הלכתי מתוך תשובות מהרש״ל, מוצג בנוסחו המקורי ובלי עריכה. תשובה הלכתית נכתבה לשואל מסוים, בזמן מסוים ובנסיבות מסוימות, ואין ללמוד ממנה למקרה אחר בלי הכרעה של פוסק. הצגתה כאן היא לצורך לימוד המקור בלבד.