תשובות מהרש״ל · חלק כ׳ סימן א׳

שאלה ותשובה, בנוסח המקורי.

במותב תלתא בבי דינא כחדא הוינא ואתא לקדמנא רבי יצחק בר שמעון והעיד בתורת עדות בואם לא יגיד ונשא עונו וז"ל בל"א איך האב גיקויפט איין פרידיג בשר פון חזן דא זאך איך הניין דא האב איך גיזעהן איין שיינליכי סירכא דא זאך איך מיך אום אונ' דר זאך נימנט אין דעם קאם טאדרס דר הער צו גין דא וויז איך אים דיא סירכא דא שפראך טאדרס לאז עז צו הנטצאן צו הקין אונ' טראג עז היים דר נאך וויל איך זעהן דא הקע עז דער חזן אונ' גאב מירז דא וויז איך עז טאדרסן דא שפראך טאדרס גיב אינז אין דער שתיקה דר נאך טרוגן מיר עז צו הר"ר משה דא שערך עד עז איז בודאי איין טריפ' אזו ווייט אז כל ישראל דא שפרא' ער צו מיר גיא טראג עז צו יוסף גבאי דער איז ראש הקהל אונ' בודק ווייש אימז דא זאך עז יוסף אונ' טעראך עז איז טרפה דא שפראך הר"ר משה צו יוסף גבאי וואז' וועלן מיר מיט אים טון דא שפראך הר"ר משה מיר וועלין די סירכא אב שניידן אונ' וועלן עז הלטן ביז די לייט קומן דר נאך האבן זיא גישיקט נאך הר"ר שמואל אונ' זאך עז אויך אן אונ' שוויג שטיל דא שפראכן מיר מיר זועלן שיקן נאך דען חזן אונ וועלן אין פרעגין תאמר ער האט דירזפער איין טרפה פור קויפט דא שפראך איך ער האס מירז יוא גיטרייבט דא דער חזן קאם דא פרעגט ר' משה וואז איז דאז דא האט דער חזן גיענטוור' עש איז איין נסרך לחצ' הכב' גיוועזן דא האט ר' משה גישפראכין איין נסרך לחצר הכבד איז טרפה דא שפראך ר' משה ריד וואז דוא ווילש' דא איז איין רעכטי סירכ' אונ' איז טרפ' דו מושט דען שעפשן ור וועקסלט האבן דא האט דער חזן גישפראכן וויא קאן איך עז ור וועקסל' האבן איך קערב יוא אלי טריפות דר נאך בין אין היים גנגין בתוך כך האט דעד חזן נאך מיר גישיקט דא האב איך וועלין צו אים גין דא איז עז מיר גלייך ביגיננט דו איז עש מיט מיר אן היים גנגין אונ' האט דאז ולייש הין אונ' הער גיווארפן אונ האט גיזאגט די איין זייט איז ור וזעקשלט גיזוארדן גיב מיר די איין זייט ווידר אונ' דיר די אנדר הלט ווערש' מיר דאז געלט וואול כיצאלין דא האב איך צו אים גירעט איך הלט דז בישט יוא איין יוד איך בין יוא דר בייא גיוועזן דז דו האשט פון אננדר גיהקט אונ' האב גיזעהן דז דאז איין פרידיג איז ציוועזן אונ' בין ווידר צו ר' משה גנגין אונ' האב אים די שמוע' גיזאג' דא האט ער צו מיר גיזאגט שיק אים דאז ולייש אן היים אונ' זאג אים ער איז איין גוי עז קאן ניט ור וועקשלט זיין ציווארדן איך האב גיזעהן דז עז די טרפה פר קאפט האט:
נחלת הכלל · Teshuvot Maharshal, Lublin, 1574

על התשובה הזאת

זהו מקור הלכתי מתוך תשובות מהרש״ל, מוצג בנוסחו המקורי ובלי עריכה. תשובה הלכתית נכתבה לשואל מסוים, בזמן מסוים ובנסיבות מסוימות, ואין ללמוד ממנה למקרה אחר בלי הכרעה של פוסק. הצגתה כאן היא לצורך לימוד המקור בלבד.